Anna

 

אַנאַ מאַרגאָלין איז געבױרן געװאָרן1897 אין װאָס איז הײַנט װײַס־רוסלאַנד.זי איז געװען די אײנציקע טאָכטער פֿון אַ מאַן און אַ פֿרױ װאָס האָבן נישט גוט געלעבט צוזאַמען. די מאַמע איז געװען אַ פֿרומע בעת דער טאַטע איז געװען אַ מאָדערנער מאַן. ער האָט געװאָלט אַז די טאָכטער זאָל שטודירן. דעסװעגן האָט ער זי געשיקט קײן אַמעריקע צו זײַנס אַ שװעסטער.

דאָרטן איז זי באַקאַנט געװאָרן מיט עטלעכע פֿילאָסאָפֿן און ייִדישיסטן. אין 1910 איז זי צוריקגעפֿאָרן קײן װאַרשע און דאָרט חתנה געהאַט מיט אַ מחבר. זײ האָבן געפֿאָרן קײן פּאַלעטינע און דאָרט האָט זי געבױרן אַ זון. דאָס פּאָרל זענען געװען זײער אָרעם. אַנאַ האָט נישט ליב געהאַט דאָרט צו זײַן. זי איז צוריקגעפֿאָרן קײן פּױלן אָבער איר מאַן האָט איר נישט געלאָסט מיטנעמען דעם זון. זי  איז געפֿאָרן אַלײן און האָט איבערגעלאָזט דעם זון אין ישראל.נ

דערנאָך איז זי װידער צוריק קײן אַמעריקע און האָט אָנגעהױבן אַרבעטן אַלס אַ זשורנאַליסט. זי איז געװען אַ פֿעמיניסט און האָט געשריבן װעגן דער מצב פֿון פֿרױען. במשך איר לעבן האָט זי געהאַט אַ סך מענער אָבער זי איז נישט געװען גליקלעך. זי איז געװען אַ זײער אומרוייִקע און דאָס קען מען זען אין איר פּאָעזיע.נ

                                                                      װערטער־רשימה