דאָס ניסעלע
װאָס האָסטו אין קעשענע באָבע? פֿרעגט נעמי.נ
איך האָב אַ נוס אין קעשענע, ענטפֿערט די באָבע. נ
פֿאַרװאָס האָסטו אַ נוס אין קעשענע? פֿרעגט נעמי.נ
מען זאָל תּמיד האָבן אַ נוס אין קעשענע, ענטפֿערט די באָבע, װײַל אַ נוס אין קעשענע ברענגט מזל.נ
אָבער פֿאַרװאָס דװקא דער נוס? פֿרעגט נעמי.נ
נו, זאָגט די באָבע, דער נוס געפֿינט זיך שױן לאַנג בײַ מיר אין קעשענע. צי זאָל איך דיר דערצײלן די מעשה װי אַזױ דער נוס איז אָנגעקומען דאָרט?נ
יאָ, איך װיל אװדאי הערן! מאַכט נעמי.נ